For faster navigation, this Iframe is preloading the Wikiwand page for מנשה בן ישראל.

מנשה בן ישראל

מנשה בן ישראל
געבורט 1604
ה'שס"ד
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 נאוועמבער 1657 (אלט 53 בערך)
י״ד כסלו ה'תי"ח
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה האלענדישע רעפובליק, קעניגרייך פון פארטוגאל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
א פארטרעט פון מנשה בן ישראל געמאלן דורך ראמבארט.

רבי מנשה בן ישראל (ה'שס"ד, ליסבאן, פארטוגאל - י״ד כסלו ה'תי"ח) איז געווען א גרויסער פילאסאף, און אידישער געלערנטער; ער שטאמט פון אן אריסטראקראטישער משפחה באקאנט אלס די אבארבנל.


ביי די צען יאר איז ער אנטלאפן פון ליסבאן מיט זיינע עלטערן כדי נישט צו ווערן פארברענט פון דער אינקוויזיציע, ער איז אנגעקומען קיין אמסטערדאם. דארט איז ער געזעסן אין בית המדרש און געלערנט די אידישע תורה, ווען ער איז אלט געווארן אכצן יאר האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין דער קהילה פון נוה שלום אין די ספרד'ישע קהלה.

עס ווערט דערציילט אז אין יאר ה'ת"ב איז דער קעניג מאריטס מיט זיין מלכה פרידריך היינריך פון אראניע געקומן קוקן די יידישע קווארטל זיי זענען אריין אין בית המדרש, דאן האט זיך אויפגעשטלט ר' מנשה און געהאלטן א גאר רירנדע דרשה, ער האט אויסגעלויבט דעם מלך מיט דער מלכה, דעמאלט האט ער שטארק געטראפן חן אין די אויגן פונעם מלך.

אין יאר ה'תי"ד האט ער מחליט געווען צו גיין קיין ענגלאנד, וואו ער האט געהאט גוטע קשרים מיט די אדל לייט אין לאנדאן, די קהליה הויפטן אין אמסטערדאם האבן אים זייער געבעטן צו בלייבן אין אמסטערדאם, אבער ער האט נישט געוואלט, ער האט זיי געזאגט אז סוף כל סוף וועט ער זיך צוריק קערן, ווען ער איז אנגעקומען קיין לאנדאן איז ער געגאנגען צום דעם שר אליווער קראמוועל וואס האט אים שוין געקענט פון פריער דורך בריוו, ער האט אויפגעטרעטן אין לאנדאן סיי אין די הויכע פארלאמענט, און סיי אין די נידריגע פארלאמנט, איבאראל האט ער זייער נושא חן געווען, און מיט חכמה און גרויס גלוגשאפט האט ער אויסגעפוילט אז די אידן מעגן צוריקומען וואוינען קיין לאנדן, זיי מעגן אנהייבן האנדלען און זיך באזעצן ווי זיי ווילן, דערמיט האט ער מבטל געווען א פריערדיגע גזירות גירוש. (זעה אין הקדמה פון זיין ספר נשמת חיים)

דער חיד"א שם הגדולים שרייבט אויף אים ער האט געקענט גאר אסאך חכמות סיי געטליכע סיי וועלטליכע, א גרויסער בקי אין גמרא און פוסקים. דער גרויסער חכם יש"ר מקאנדיא האט אסאך פון אים געלערנט, ער שרייבט אויף אים אין זיין חכמה ווערק נובלות חכמה: ר' מנשה איז א אב בחכמה און א רך בשנים, פאר החכמים, די שיינקייט פון אונזער פאלק אין די אויגן פון אלע פעלקער, ער האט געמאכט אסאך חיבורים, די פעלקער קומען לערנען פון אים יעדן טאג טעגליך זיין חכמה, ונהרו אליו כל הגוים ע"כ.

עס איז מערקווירדיג וואס ער זעלבסט שרייבט אין הקדמה פון זיין ספר נשמת חיים: עס זאל דיר נישט באנק טועהן פאר וואס איך ברענגט עדות פון נישט אידישע שרייבער, וויבאלד זייער מקור איז גוט, דארף מען מקבל זיין דעם אמת פון ווער עס זאגט עס, מען דארף ארויסנעמען די גוטע און אוועק ווארפן די שאלעכטץ, דו וועסט זעהן ווי איך ברענג פון די נישט אידישע געלערנטע צייג איך צו אז זיי האבן ארויסגענומען זייער זאכן פון אונזער חכמים פון אמאל, אבער ברענג איך א ראיה פון זייערע ווערטער צו אונזער חכמים, טראץ דעם האב איך נישט געמאכט פון אלע חכמות חיצוניות אל קבע, איך לערן פון די מקובלים, און די רייד פון תלמוד פון אונזער רביים ע"כ.

ער האט מחבר געווען זיין ספר נשמת חיים דאס איז א שטארק מוסר ספר, עס צייגט אויף זייער א סאך די אמונה אין השארת הנפש, תחיית המתים, אז די גוים מוזן אויך מודה זיין אז עס עקזיטירט נאך א וועלט, עס איז בלויז דא איין באשעפער וואס זעהן און ווייסט אלעס, ער צייגט עס אויף מיט שטארקע ראיות פון די תורה פון די חז"ל, פון די טבע, און פון די חכמי הגוים.

עס איז דאס ערשטע מאל געווארן געדרוקט שנת ה'תי"ב.

ער איז נפטר געווארן אין יאר תי"ח.

{{bottomLinkPreText}} {{bottomLinkText}}
מנשה בן ישראל
Listen to this article

This browser is not supported by Wikiwand :(
Wikiwand requires a browser with modern capabilities in order to provide you with the best reading experience.
Please download and use one of the following browsers:

This article was just edited, click to reload
This article has been deleted on Wikipedia (Why?)

Back to homepage

Please click Add in the dialog above
Please click Allow in the top-left corner,
then click Install Now in the dialog
Please click Open in the download dialog,
then click Install
Please click the "Downloads" icon in the Safari toolbar, open the first download in the list,
then click Install
{{::$root.activation.text}}

Install Wikiwand

Install on Chrome Install on Firefox
Don't forget to rate us

Tell your friends about Wikiwand!

Gmail Facebook Twitter Link

Enjoying Wikiwand?

Tell your friends and spread the love:
Share on Gmail Share on Facebook Share on Twitter Share on Buffer

Our magic isn't perfect

You can help our automatic cover photo selection by reporting an unsuitable photo.

This photo is visually disturbing This photo is not a good choice

Thank you for helping!


Your input will affect cover photo selection, along with input from other users.

X

Get ready for Wikiwand 2.0 🎉! the new version arrives on September 1st! Don't want to wait?