For faster navigation, this Iframe is preloading the Wikiwand page for אוראלט גריכנלאנד.

אוראלט גריכנלאנד

די געשיכטע פון אוראַלט גרינכלאַנד איז א תקופה פון דער גריכישער היסטאריע וואס האט זיך געצויגן ארום טויזנט יאר פון ביז ווען די רוימער האבן איינגענומען גריכנלאנד ביים קאמף פון קארינט אין יאר 146 פאר דער ציווילער רעכענונג.

די גריכישע קולטור צוזאמען מיט די רוימישע קולטור ווערן פאררעכנט אלס די גרונטן פון דער ציוויליזאציע פון דער מערב וועלט.

די גריכישע קולטור איז נישט געווען באגרענעצט צום דרום טייל פון די באלקאן לענדער, וואו מאדערנע גריכנלאנד געפינט זיך. די גריכן האבן איניציאירט א גרויסע קאלאניזאציע באוועגונג, וואס האט געברענגט א סך גריכן צו גרויסע טיילן פונעם מיטלענדישן ים. אחוץ די אינזלען פונעם אגאישן ים זענען אויך געווען גרויסע זידלונגען פון גריכן אין קליין אזיע צו מזרח און אין דרום טייל פונעם אפענינישן האלבאינזל און דעם מזרח זייט פון סיציליע אין מערב. די גריכן האבן זיך באזעצט אין אנדערע ערטער ווי למשל אויף די ברעגן פונעם שווארצן ים.

גריכישע שטעט און קאלאניעס ארום 550 פד״צ

די באפעלקערונג פון גריכנלאנד איז געוואקסן אריבער דער מעגלעכקייט פון זיין באגרעניצטע אקער־ערד (טייל האלטן אז די באפעלקערונג פון אוראלט גריכנלאנד איז געוואקסן מער ווי צענפאכיג אין דער תקופה פון 800 פד״צ ביז 400 פד״צ, פון א באפעלקערונג פון 800,000 ביז א סה״כ געשאצטער באפעלקערונג צווישן 10 צו 13 מיליאן).[1]

פון בערך 750 פד״צ האבן די גריכן אנגעהויבן 250 יאר פון פארברייטערונג, אויפשטעלנדיק קאלאניעס אין אלע ריכטונגען. צו מזרח, האבן זיי צו ערשט קאלאניזירט דעם אגאאישן בארטן פון קליין אזיע, first, דערנאך ציפערן און די בארטנס פון טראקע, דעם ים פון מאראמארא, און דעם דרום בארטן פונעם שווארצן ים. ענדלעך האט גריכישע קאלאניזאציע דערגרייכט צפון־מזרח ביז היינטיגער אוקראינע און רוסלאנד (טאגאנראג).

צו מערב האט מען באזעצט די בארטנס פון איליריע, סיציליע און דרום איטאליע. דערנאך דרום-פראנקרייך, קארסיקע און אפילו צפון־מזרח שפאניע אויך האט מען געגרינדעט גריכישע קאלאניעס אין עגיפטן און ליביע.

די מאדערנע שטעט סיראקוזע, נאפאלי, מארסיי און סטאמבול האבן אנגעהויבן ווי די גריכישע קאלאניעס סיראקוזאי (Συράκουσαι), נעאפאליס (Νεάπολις), מאסאליע (Μασσαλία) און ביזאנץ (Βυζάντιον). די דאזיקע קאלאניעס האבן געשפילט א ראלע אין דער פארשפרייטונג פון גריכישן איינפלוס דורכאויס אייראפע און האבן אויך געהאלפן גרינדן ווייטע-דיסטאנץ האנדל נעצווערק צווישן די גריכישע שטאָט-שטאַטן, וואס האבן אונטערגעהויבן די עקאנאמיע פון אוראלט גריכנלאנד.

  1. Population of the Greek city-states (ארכיווירט 05.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
{{bottomLinkPreText}} {{bottomLinkText}}
אוראלט גריכנלאנד
Listen to this article

This browser is not supported by Wikiwand :(
Wikiwand requires a browser with modern capabilities in order to provide you with the best reading experience.
Please download and use one of the following browsers:

This article was just edited, click to reload
This article has been deleted on Wikipedia (Why?)

Back to homepage

Please click Add in the dialog above
Please click Allow in the top-left corner,
then click Install Now in the dialog
Please click Open in the download dialog,
then click Install
Please click the "Downloads" icon in the Safari toolbar, open the first download in the list,
then click Install
{{::$root.activation.text}}

Install Wikiwand

Install on Chrome Install on Firefox
Don't forget to rate us

Tell your friends about Wikiwand!

Gmail Facebook Twitter Link

Enjoying Wikiwand?

Tell your friends and spread the love:
Share on Gmail Share on Facebook Share on Twitter Share on Buffer

Our magic isn't perfect

You can help our automatic cover photo selection by reporting an unsuitable photo.

This photo is visually disturbing This photo is not a good choice

Thank you for helping!


Your input will affect cover photo selection, along with input from other users.

X

Get ready for Wikiwand 2.0 🎉! the new version arrives on September 1st! Don't want to wait?